Map Graph

משכנות שאננים

משכנות שאננים איז פון די ערשטע געגנטן אין ירושלים געבויט צו ווערן אויסער דער אלטשטאט. דער שטח איז געקויפט געווארן אין יאר 1855, דורך משה מאנטיפיארי, און איז גרויס 180,000 קוואדראט מעטער. דער שטח געפונט זיך נאנט צו הר ציון, און די פרייז וואס מאנטיפיארי האט געצאלט צום פאשא אין ירושלים איז געווען 1,000 פונט. דאס האט געפאדערט א ספעציעלע געזעץ, וואס האט אים ערלויבט צו קויפן, ווייל לויטן טערקישן געזעץ זענען אויסלענדישע בירגער נישט געווען ערלויבט צו קויפן שטח.

Read article
טעקע:Mishkenot.jpgטעקע:Mishkenot_Sha'ananim_1.jpgטעקע:Jerusalem_emblem.png